נאט"א
From Wikipedia, the free encyclopedia
צפון אטלאנטישע פאקט ארגאניזאציע (ענגליש North Atlantic Treaty Organization). איז אן אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע, געגרינדעט פאר זיכערהייט צוועקן, דורך די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, און עטליכע לענדער אין מערב אייראפע. אין יאר 1949.
דער ציל איז דער פיפטער פונקט פונעם פאקט. אויב איינע אדער מערערע לענדער אינעם פאקט, ווערט אטאקירט דורך אן אנדער לאנד, אין אייראפע אדער צפון אמעריקע, ווערט עס פארעכנט ווי אן אטאקע קעגן אלע לענדער. אלע לענדער האבן א רעכט זיך צו פארטיידיקן אלס זעלבסטשוץ. ווי עס ווערט דערקלערט אין פונקט 51 פון די פאראייניקטע פעלקער אפמאך. אלע לענדער וועלן קומען זיין בייהילפיג, צום אטאקירטן לאנד אדער לענדער. און וועלן זעלבסטשטענדיקערהייט, און פאראייניקטערהייט מיט די אנדערע לענדער, ווען עס וועט זיין נויטיק, קומען צו הילף אריינגערעכנט באוואפנטע קרעפטן. ביז די זיכערהייט וועט אומגעקערט ווערן, צום באטראפענעם לאנד אדער לענדער, וואס זענען מיטגלידער אינעם פאקט.